,טייערער שכן

איך וויל נעמען די געלעגנהייט מיך פאר-צו-שטעלן. מיין נאמען איז וויקטאריע קאמבראנעס, און איך לויף פאר'ן סיטי

קאונסיל אין דיסטריקט 33 ,וועלכע דעקט וויליאמסבורג. איך בין אויפגעוואקסן אין גרינפוינט און איך בין געגאנגען

.אין שולע אין וויליאמסבורג, און איך האב געארבייט די לעצטע יארן צו שתדל'ן פאר די געברויכן פון נארט ברוקלין

איך האט געקעמפט קעגן שטייגענדע אנטיסעמיטיזם און אנדערע סארטן פיינטשאפט, און איך וועל דאס ווייטער טוען

אלס אייער סיטי קאונסיל-מעמבער. אין יאר 2018 האב איך אפגעשטעלט האלאקאוסט-פארלייקענער פון ערשיינען

.ביי א גע'סקעדזשול'טע רעדע-טור אין פארשידענע ברוקלין'ער קירכעס

איך האב גע'שתדל'ט פאר עפארדעבל האזוינג, און אויב איך ווער ערוויילט, וועל איך נוצן די סיטי'ס 'קעפיטאל

אפראפריעישאנס' בודזשעט צו בויען 100% אמת'דיגע עפארדעבל דירות, פאר אזעלכע פארדינסט שטאפלן וואס

.ראנגל'דיגע משפחות זענען טאקע קוואליפיצירט דערצו

,איך האב געקעמפט פאר די קאמיוניטי'ס צוטריט צו אלגעמיינע רעסורסן אזוי ווי די "מעטראפאליטן" שווים-באסיין

און איך וועל פארזעצן די ארבייט צו פארזיכערן אז יעדער קען – און איז ווילקאמען – צו נוצן פאבליק פלעצער און

.פארקס

איך האב געקעמפט פאר די רעכטן פון איינוואוינער צו זיין פריי פון איבערגעטריבענע טראפיק און סאניטאציע

שטראפן, און איך וועל זיכער מאכן אז די פארסירונג דערפון איז נישט געצילט צו געוויסע געגענטער אינערהאלב דעם

.דיסטריקט

הערט אויס וואס דזשאסעף לענטאל, דער לאנג-יאריגער אסעמבלימאן פון דיסטריקט 50 ,האט צו זאגן וועגן

:וויקטאריע

 

וויקטאריע ווייסט וואס ס'איז דאס בעסטע פאר די אומגעגענט. זי איז סיי טאלאנטפול און סיי א גוטע פערזאן, וואס זאגט"

אלעמאל דעם אמת אפילו ווען עס איז שווער. איך בין שטאלץ צו שטיין מיט וויקטאריע אין איר קאמפיין צו פארטרעטן

". 33 נארט ברוקלין אלס די קומענדיגע קאונסיל-פרוי פון דיסטריקט

אויב איך ווער ערוויילט, פארשפרעך איך צו באהאנדלן יעדן איינציגן איינוואוינער מיטן רעספעקט און ערנסטקייט

.וואס זיי פארדינען, און איך האף אז אום יוני 22 וועט איר מיר געבן די געלעגנהייט דאס צו טוען

,מיט שעצונג

וויקטאריע קאמבראנעס

.דעם יוני, שטעלט ארויף וויקטאריע קאמבראנעס' 'רענק' אלס אייער 1 # אויסוואהל פארן סיטי קאונסיל

.12-20 פריימערי טאג: יוני 22 .        פריע שטימען: יוני

Di Tzeitung (Yiddish only)
Victoria Cambranes: Profile of the Candidate for District 33

DONATE TODAY AND your contribution WILL

be MATCHed X 8!

Victoria is rejecting ALL Big Money donations and developer dollars. Her campaign is sustained by grassroots donors like you.

Your $10 donation is worth

$90 with matching funds!

Your $25 donation is worth

$225 with matching funds!

Your $50 donation is worth

$450 with matching funds!

Your $100 donation is worth

$900 with matching funds!

Your $175 donation is worth

$1,575 with matching funds!